בקיצור · Oct 25, 2026
בקיצור — photo status
אמעריקע און איראן שטייען אויס א שטייגנדע ריזיקע פון א פולשטענדיגע באנייטע מלחמה, נאך וואס אמעריקאנער שפיאנאזש אינפארמאציע ווייזט אז טעהראן סאפיסטיקירט איר אטענטאט פרואוון קעגן אמעריקאנער באאמטע, בשעת וואס איראנער פירער מאכן צוגרייטונגען פאר אטאקעס אויף אמעריקאנער און מדינת ישראל צילן. אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע גלייבן אז עטליכע איראנער אטאקע פלענער וואס צילן אמעריקאנער דיפלאמאטן, אריינגערעכנט אמבאסאדארן, אין די מיטל מזרח און אויף אמעריקאנער ערד וועלן אויסגעפירט ווערן אין די נאנטע צוקונפט. די איראנער אטאקע און אטענטאט פלענער האבן געברענגט אז אמעריקע זאל אונטערנעמען שטארקע זיכערהייט שריט, אריינגערעכנט דאס אוועקנעמען בי-1 באמבאדיר פליגערס פון די אר-עי-עף באזע אין ענגלאנד. אין דער זעלבער צייט האט סענטקאם צוגעגרייט א פולע ליסטע פון פאטענציאלע צילן אין איראן, אריינגערעכנט ענעריגע אינפראסטרוקטור און פאסילאטיז וואס זענען קריטיש פאר איראנ'ס עקענאמיע. • ניו יארק טיימס • - פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:* https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:* https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
