בקיצור · Jul 29, 2026
בקיצור — photo status
פאפולערער אקטיוויסט יואליש פעלזן מעלדט אז א פארשוין האט פארכאפט זיין וואטסעפפ נאמען, און בעט אים געלט עס צו באקומען. יואליש האט זיך דערוויסט איבער איינער וועלכער נוצט זיין פלאטפארמע סימבאל און נאמען, נאכ'ן קאנטאקטן יענעם, האט אים יענער איינגעמאלדן אז ער האט אפילו זיין username, א פרישע פיטשער וואס וואטסעפפ האט אין די פארגאנגענע וואכן ארויסגעשטעלט. ווען ער האט יענעם געפרעגט פארוואס ער טוט דאס, האט ער אים געענטפערט אז ''ער ווייסט נישט'' און נאך צוגעלייגט אז היות ער האט זיין נאמען, טוט ער באקומען פריוואטע מעסעדזשעס וואס מענטשן שיקן אים. יואליש האט קלאר געשטעלט אז ער וועט זיך נישט לאזן פארפירן פון דער יעניגער, און וועט נישט באצאלן פאר יענעם צו צוריקבאקומען זיין נאמען. אלזא, זייט געווארנט און מאכט זיכער אז איר רעדט טאקע צו יואליש און נישט צו א צווייטן. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://wa.link/zob2pf - פאר "בקיצור" אויף טוויטער/עקס: https://x.com/baketzer
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
