בקיצור · Oct 28, 2026
בקיצור — photo status
פאליווא באלסאנערא איז ארויסגעקומען אדרעסירן זיין פאלק, זיך דערקלערנדיג אלס ''דער אמת'ער ערוועלטער פרעזידענט'', און טענה'ט אז ס'זענען געווען גאר אסאך וואל שווינדלערייען און באשולדיגט פרעזידענט לולא און די סופרים קאורט אין גנב'נען די וואלן. אין זיין סטעיטמענט זאגט באלסאנערא אז ער האט פארלאזט בראזיל מיט זיין פאמיליע נאך זארג איבער א פאליטישער אנקלאגע קעגן אים און צוגעזאגט צו פירן די אפאזיציע פון דערווייטנס. ''איך בין נישט אנטלאפן פון בראזיל. איך בין אוועק פאר די טובה פון בראזיל. איך בין נישט באגאנגען קיין שום פארברעך,'' האט באלסאנערא דעקלערט, דאנקענדיג פרעזידענט טראמפ און די אמעריקאנער בירגער פאר'ן אים אקצעפטירן, און דערביי באדאנקט דער ארגענטינער פרעזידענט מילעי פאר זיין ''שטארקייט, געפיל פאר גערעכטיקייט, און רעספעקט פאר די הערשאפט פון געזעץ.'' באלסאנערא האט אויך געבעטן די אינטערנאציאנאלע באפעלקערונג נישט צו נארמאליזירן וואס ער באשרייבט אלס אן ''אוטאריטעטישער רעזשים'' אין בראזיל. - פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:* https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:* https://wa.link/z
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
