JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 17, 2026

בקיצור — photo status

וואס ווייטער? א שאלה וועלכער איז פארוואנדלט געווארן אין א קשיא. די בעסטע קאמענטאטארן, אנאליטיקער, און מיטל מזרח ספעציאליזירער שטייען מיטן צינג אינדרויסן נישט טרעפנדיג קיין רעאליסטישע וועג ארויס פונעם קאנפליקט. ''וואס איז געווען די פלאן אין אנהויב? האבן זיך אמעריקע און מדינת ישראל נישט געראכטן אויף א זאך וואס די פשוט'ער מענטש האט געטראכט, נעמליך אז איראן וועט פארמאכן די הארמוז וואסער וועג?" איז א שאלה וואס טוט געהערט ווערן איינמאל און נאכאמאל ''האבן זיי נישט צוגעגרייט קיין סטראטעגיע וויאזוי צו באפרייען דעם הארמוז פון די איראנער לאפעס?" יעדער ווינדערט זיך, אבער מ'מלייבט בלויז ווינדערן. וואס איז טראמפ'ס פלאן? איראן פאלגט נישט, ער זעט קלאר אז מ'קען מיט זיי נישט שליסן אן אפמאך, טא אויף וואס ווארט ער? מעגליך צו קענען ארויסשיקן נאך א מעסעדזש אז ער האט אפגערופן א גרויסע אטאקע קעגן איראן אין רעזולטאט פון די געבעט פון קאטאר? מעגליך.

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור