בקיצור · Sep 14, 2026
בקיצור — photo status
איראנער באאמטע זאגן אז דאס לאנד'ס פירערשאפט איז צעטיילט צווישן צוויי סטראטעגיעס איבער די מלחמה מיט אמעריקע: צוריקקערן צו פארהאנדלונגען אדער גיין ווייטער מיטן קאנפליקט. אונטער די מלחמה פלאן, וועט איראן העכערן אירע אטאקעס אויף אמעריקאנער צילן, אריינגערעכנט נעווי שיפן און אמעריקאנער טרופן, בשעת'ן פרובירן צו העכערן גלאבאלע אויל פרייזן און צווינגען אן ענדע צו די אמעריקאנער וואסער בלאקאדע וועלכע האט פארקריפלט דעם איראנער עקאנאמיע. פאנאטישע גענעראלן, אריינגערעכנט דער רעוואלוציאנערע גווארדיע לופט קאמאנדיר, האבן פרעזענטירט א דעטאלירטע מלחמה פלאן פאר די סופרים קאנסול. ס'טוט רופן פאר איראן און אירע פראקציעס, ספעציפיש די הוטיס און מיליציעס אין איראק, צו אויסשפרייטן אטאקעס אויף אמעריקאנער כוחות און רעגיאנאלע אויל אינפראסטרוקטור. פרעזידענט מאסוד פאזעשקען און פארלאמענט ספיקער גאליבאף האבן זיך קעגנגעשטעלט צו דעם פלאן, ווארענענדיג אז דאס קען אריינציען איראן אין א סאך גרעסערע קאנפליקט, ברענגען שטערקערע אמעריקאנער אטאקעס, און פארערגערן דאס לאנד'ס עקאנאמישע קריזיס. • ניו יארק טיימס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://c
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
