בקיצור · Nov 16, 2026
בקיצור — photo status
אין זיין נייע בוך, ''זאגט מיר צו, אמעריקע'', טוט דזשאו ביידען קריטיקירן נתניהו איבער זיין וועג פון האנדלען מיט די מלחמה אין עזה, און באשולדיגט אים אין לייגן זיין פאליטישע לעבן בעפאר מדינת ישראל'ס לאנג-טערמיניגע אינטערעסן. ''ס'איז נישט געווען קיין סאך צוטרוי. איך בין געווען באזארגט איבער ביבי'ס פלוצלינגדיגע מיינונגס-טוישונגען, אזוי ווי טראמפ. ער האט געקענט שפילן שנעל און נישט זיין אמת'דיג, און נישט געהאט קיין פראבלעם צו בייגן די דעמעקראטישע אינסטיטוציעס פאר זיינע פרעזידענטליכע אינטערעסן'', האט ביידען געשריבן. ביידען שרייבט אויך אז ער זעט איין די ציווילע קאסטן פון די מלחמה אין עזה: ''צופיל אומשולדיגע פאליסטינער זענען אומגעקומען. צופיל פיין זענען געווארן ארויפגעלייגט אויף מענטשן אן קיין פארבינדונג צו כאמאס, און איך טראג דאס מיט מיר.'' - פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:* https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:* https://wa.link/7jksog
More from בקיצור
- בקיצורNov 21, 2026 · אליס הואנג, די פרוי אין צענטער פון די ענווידיע סקאנדאל, האט

- בקיצורNov 21, 2026 · אמעריקע האט פארגעשלאגן פאר אוקראינע צו זיך אנשליסן אין נאטא

- בקיצורNov 21, 2026 · טייוואן האט באריכטעט 2,700 פארדעכטיגטע כינעזער אקאונטס צו מע

- בקיצורNov 21, 2026 · ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני וועט טראגן א בוט אויף זיין פיס,

- בקיצורNov 21, 2026 · סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט האט ארויפגעשטעלט נייע באגרענעצ

- בקיצורNov 21, 2026 · די איראנער מיליטער האט ארויסגעגעבן א ווידעא וואס דארף צו ווי
