בקיצור · Aug 23, 2026
בקיצור — photo status
רוסלאנד האט געלאזט אין גאנג א סאבאטאזש קאמפיין קעגן אייראפעאישע פארטיידיגונגס פירמעס וועלכע פראדוצירן וואפן פאר אוקראינע. מערב וועלט שפיאנאזש באאמטע זאגן אז די קרעמלין טוט זיך באנוצן מיט לאקאלע קרימינאלן וועלכע ווערן רעקרוטירט אויפ'ן געוועב און ווערן באצאלט אין קריפטא געלטער, גיבנדיג פאר מאסקווע א גרינגע וועג צו לייקענען באשולדיגונגען בשעת'ן האלטן די אטאקעס אונטער'ן שוועל פון נאטא'ס ארטיקל 5. לעצטערע פייערן און עקספלאזאציעס ביי פארטיידיגונגס פאבריקן אין עסטרייך, בולגאריע, איטאליע, טשעכיי און ליטע ווערן געזען אלס רוסישע שריט, כאטש וואס רוסישע באטייליגונג איז דערווייל נישט אויפגעוויזן געווארן אין יעדע פאל. מערב וועלט באאמטע גלייבן אז רוסלאנד טוט אויספרואוון ווי ווייט זי קען פארגרעסערן און אויסנוצן מיינונגס פארשידענהייטן צווישן נאטא מיטגלידער איבער ווי שטארק און ווען צו רעאגירן צו פארדעכטיגטע רוסישע אטאקעס. • די טעלעגראף • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
