JewishStatusOpen the app

בקיצור · Oct 4, 2026

בקיצור — photo status

מיר האבן זיך צוריקגעהאלטן פון פאוסטן חול המועד צוליב וואס עס איז נישט ערלויבט צו שרייבן, דעריבער וועלן מיר יעצט אריבערגיין די נייעס פון חול המועד אויפ'ן ''בקיצור'' פארמאט. • א פליגער אנגעפילט מיט אידן איז געקומען אונטער א היידזשעקינג פרואוו, ווען איין פילאט האט געשטאכן דעם צווייטן פילאט און אנגעהויבן פירן דעם פליגער אויף אראפ. דער פארוואונדעטער פילאט האט באוויזן צו עפענען דעם טיר פון די פילאט קאבינע, געבענדיג די מעגליכקייט פאר א העלדישער פאסאזשיר צו נוטראליזירן דעם טעראריסטישע פילאט און אויסגראדן דעם פליגער וועלכער איז געווען געציילטע מאמענטן אוועק פון קראכן און ברענגען א קאטאסטראפע. • די לעבאנעזער ארמיי האט באקומען 47 מיליטערישע קארס און 5 טרעקלעך אלס טייל פון אן אמעריקאנער מיליטערישע הילף פראגראם. • יאפאן האט רעדוצירט אירע סאנקציעס אויף סיריע, אראפנעמענדיג 16 בענק און אויל פירמעס פון איר סאנקציע ליסטע.

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור