בקיצור · Sep 2, 2026
בקיצור — photo status
*ווייניגער ווי צוועלף שעה פארבליבן ביז ווען כלל ישראל וועט מיטהאלטן א היסטארישע באזוך וועלכע וועט אויף לאנג געדענקט ווערן צווישן די קאפיטלען פונעם יהדות החרידות.* נאך גרויסע שפעקולאציעס, טעאריעס, און פארשידענע ווערסיעס פון כל מיני טרעגער, טוט זיך דאס בילד בלויז מער אויסקלארן און פאלגנד ברענגען מיר א דעטאלירטע באריכט איבער די מארגנדיגע באזוך ביים פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. אנגעהויבן פון צען אזייגער אינדערפרי וועלן זיך פריוואטע פליגערס הייבן מיט די רבנים אויפן וועג קיין וואשינגטאן. האדמו''ר מסאטמאר מהר''יי און האדמו''ר מבאבוב וועלן אינאיינעם פליען מיט דער פריוואטע פליגער פון הנגיד ר' ליפא פרידמאן, און מטעם בית באבוב האבן שוין די משמשים אינפארמירט דעם ציבור אז דער רבי וועט מארגן דאווענען שחרית מיט א שעה פריער ווי יעדן טאג.
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
