בקיצור · Jul 26, 2026
בקיצור — photo status
בראזיל האט בלאקירט א געפלאנטע באזוך פון אן אמעריקאנער דעלעגאציע, אפזאגנדיג וויזעס פון צוויי הויכראנגיגע סטעיט דעפארטמענט באאמטע, אויס זארג אז די באאמטע וועלן פרעגן פראגעס איבער די זיכערהייט פון בראזיל'ס עלעקטאראנישע וואל סיסטעם, שטייענדיג בעפאר די ארטיגע אקטאבער פרעזידענטליכע פארמעסט. בראזיליאנער באאמטע זענען ביי די מיינונג אז דער באזוך האט געקענט צוגרינד לייגן פובליק קאנפידענץ אין דעם לאנד'ס וואלן, בשעת די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט עס געלייקנט, זאגנדיג אז דער באזוך איז געווען געצילט צו דיסקוטירן וואל זיכערהייט, רעליגיעזע פרייהייט, און פרייהייט פון אויסדרוק. די אמעריקאנער באאמטע האבן אויך געפלאנט זיך צו טרעפן מיט דער פרעזידענטליכע קאנדידאט פאלאוויא באלסאנארא, וועלכער האט אין די פארגאנגענהייט ארויפגעברענגט באשולדיגונגען איבער וואל שווינדלערייען. • ניו יארק טיימס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://wa.link/zob2pf - פאר "בקיצור" אויף טוויטער/עקס: https://x.com/baketzer
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
