בקיצור · Sep 15, 2026
בקיצור — photo status
אין דער צייט וואס כלל ישראל גייט ארויס שלאגן כפרות איז א יונגערמאן ערשינען מיט א רעוואלוציאנערע געדאנק זייענדיג א אייגן געליטענער פון די עפעקטן וועלכע קומען אינאיינעם מיט כפרות שלאגן. כפרות זענען רעלאטיוו נישט בא'טעמ'ט און מאכן א שמוץ און זייען אן א ריח, וואס מאכט אז פילע זאלן אוועקשטיין פון כפרות. אבער ווען אזויפיל געשעפטן שטעלן צו כפרות מאכט עס אז ווען איינער גייט אויפן וועג טרעפט ער זיך אן אין א כפרה צענטער און ברענגט אים ארויף אן עקל. איז געקומען א יונגערמאן וועלכער האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג און ס'איז צייט פאר א רעוואלוציע. דער יונגערמאן איז ערשינען מיט א וועבזייטל אין וואס איר קענט אריינלייגן אייער אדרעס און דעסטינאציע און דער סיסטעם רעכנט אליין אויס א וועג וויאזוי איר זאלט קענען אנקומען צו אייער דעסטינאציע אן צו דארפן באגעגענען א כפרה אינמיטן וועג. דערווייל ארבעט עס בלויז אין בארא פארק און אידן פון ארום דער וועלט קוקן ארויס אז דער סיסטעם זאל אויך קומען צו זייער וואוינארט און קענען רואיג שפאצירן אן צו טרעפן א כפרה אונטער די פיס.
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
