בקיצור · Oct 29, 2026
בקיצור — photo status
דעמאקראטן גרייטן זיך צו אנהייבן די פראצעס פון פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט ווען זיי נעמען צוריק קאנגרעס, און באטראכן עס צו טון דורך אן אימפיטשמענט. דעמאקראטן האבן אבער עטליכע שטיינער דאס צו קענען דורכפירן: אפילו אויב זיי פארזיכערן א מערהייט און שטימען צו אימפיטשן העגסעט, וועט זיך פארלאנגען אז א צוויי דריטל מאיאריטעט פון סענאט זאלן שטימען אים צו פארשיקן, עפעס וואס וועט ווארשיינליך נישט קענען פאסירן. דעמעקראטישע געזעצגעבער באטראכטן דערפאר צו אונטערנעמען אגרעסיווע קאנגרעסיאנאלע אויספארשונגען, שווערע פארהערן און באגרעניצונגען אויף העגסעט, און פאקוסירן די אויספארשונג אויף די פענטאגאן'ס אויסגאבן און שפענדינג. זייערע פריאריטעטן רעכנען אריין, אויספארשן אמעריקאנער פאטאליטעטן און שאדנס צו מיליטערישע באזעס דורכאויס די איראנער מלחמה, די קאנטערווערסיאלע קאריביען אטאקעס אויף דראג שיפלעך און זיין פארשיקן הויכראנגיגע מיליטערישע קאמאנדירן. • די אטלאנטיק • - פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:* https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:* https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
