בקיצור · Aug 3, 2026
בקיצור — photo status
מיט א צייט צוריק, איז די ניו יארק טיימס ערשינען מיט א באריכט איבער אן אמעריקאנער אפעראציע אין צפון קארעא. די רעדע איז איבער די נעווי סיעל טיעם 6 וועלכע האט אין 2019 דורכגעפירט א געהיימע מיסיע אין צפון קארעא צו אינסטאלירן א צוהער אפאראט בשעת טראמפ איז געווען אין געשפרעכן מיט קים דזשאנג אן. די אפעראציע איז אבער געגאנגען מיטן לינקן פיס, נאך וואס די נעווי סיעלס האבן זיך אנגעשטויסן אין ציווילע פישערלייט, פירנדיג אז די נעווי סיעלס זאלן עפענען פייער אויף די פישער שיף. אצינד באריכטעט די ניו יארק טיימס, אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיך גענומען איבער'ן פרילאנס זשורנאליסט, מעטהיו קאול, וואס פאקוסירט אויף געהיימע מיליטערישע אפעראציעס. פעדעראלע אגענטן גלייבן אז קאול האט ארויסגעהאלפן די ניו יארק טיימס מיט אינפארמאציע איבער דעם אפעראציע. אין מאנאט פעברואר זענען עף-בי-איי אגענטן ערשינען ביי די הויז פון קאול, און אים דערלאנגט א געריכטליכע סובפינע וואס צווינגט אים צו קומען עדות זאגן פאר א דזשורי און אויפדעקן פון וואנעט ער האט זיך דערוויסט די אינפארמאציע. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
