JewishStatusOpen the app

בקיצור · Nov 9, 2026

בקיצור — photo status

אין א נייע בוך וואס דער געוועזענער פרעזידענט ביידען האט ארויסגעגעבן, טוט ביידען פארציילן איבער די טאג וואס פרעזידענט טראמפ האט איבערגענומען די פירערשאפט און אפגעהאלטן מיט אים א 2 שעה'דיגער זיצונג. ביידען זאגט אז ער איז שאקירט געווארן פון די טאן מיט וואס טראמפ האט צו אים גערעדט. ''טראמפ האט גערעדט צו מיר און זיין טאן האט מיר איבערראשט. ער האט גערעדט גאר פריינטליך אזש איך האב געמיינט אז ער טרייבט ליצנות פון מיר.'' שרייבט ביידען. ''טראמפ האט מיר געזאגט אז ער איז גאר צופרידן אז ער האט נישט געדארפט לויפן קעגן מיר, זאגענדיג, ''ווייסט וואס, דזשאו, ווען נישט מיר ליגן אין פאליטיק, גלייב איך אז מיר וואלטן געווען גוטע פריינט,'' און טראמפ האט אויסגעפירט, ''מיר וואלטן פארברענט איבערן טאג מיט'ן שפילן צוזאמען גאלף.'' ביידען זאגט אז די מערסטע וואס האט אים פארדראסן, איז געווען די פארדאנס וואס טראמפ האט געגעבן פאר נאנט צו 1600 פראטעסטירער פון די יאנואר 6 קאפיטאל אומרוען, אנרופנדיג טראמפ'ס פארדאנס אן ''אויפשטאנד''. - פאר בקיצור אויף וואטסעפפ: - פאר בקיצור אויף סטאטוס

אין א נייע בוך וואס דער געוועזענער פרעזידענט ביידען האט ארויסגעגעבן, טוט ביידען פארציילן איבער די טאג וואס פרעזידענט טראמפ האט איבערגענומען די פירערשאפט און אפגעהאלטן מיט אים א 2 שעה'דיגער זיצונג. ביידען זאגט אז ער איז שאקירט געווארן פון די טאן מיט וואס טראמפ האט צו אים גערעדט. ''טראמפ האט גערעדט צו מיר און זיין טאן האט מיר איבערראשט. ער האט גערעדט גאר פריינטליך אזש איך האב געמיינט אז ער טרייבט ליצנות פון מיר.'' שרייבט ביידען. ''טראמפ האט מיר געזאגט אז ער איז גאר צופרידן אז ער האט נישט געדארפט לויפן קעגן מיר, זאגענדיג, ''ווייסט וואס, דזשאו, ווען נישט מיר ליגן אין פאליטיק, גלייב איך אז מיר וואלטן געווען גוטע פריינט,'' און טראמפ האט אויסגעפירט, ''מיר וואלטן פארברענט איבערן טאג מיט'ן שפילן צוזאמען גאלף.'' ביידען זאגט אז די מערסטע וואס האט אים פארדראסן, איז געווען די פארדאנס וואס טראמפ האט געגעבן פאר נאנט צו 1600 פראטעסטירער פון די יאנואר 6 קאפיטאל אומרוען, אנרופנדיג טראמפ'ס פארדאנס אן ''אויפשטאנד''. - פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:* https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור