בקיצור · Sep 11, 2026
בקיצור — video status
היינט ווערט אפגעצייכנט גאנצע 25 יאר פון ווען די פאראייניגטע שטאטן איז געקומען אונטער אטאקע פון דער טרויעריג בארימטע אל קאידע טעראר גרופע. 4 פאסאזשיר עראפלאנען זענען געהייזשעקט געווארן דורך טעראריסטן, מיט צוויי פליגערס וואס זענען אריינגעפלויגן אין די צווילינג טורעמס, איינס אין די פענטאגאן, און די פערטע האט געזאלט אריינקראכן אין די ווייסע הויז אבער די העלדישע פאסאזשירן האבן געקעמפט קעגן די היידזשעקער און זיי נישט געלאזט אריינפירן דעם פליגער אינעם ווייסן הויז, פירנדיג אז דער פליגער זאל קראכן אויף א ליידיגע פעלד אין פענסילוועניע. אונטער דעם גרויזאמע אטאקע איז געשטאנען אסאמא בין לאדין, און האט געקאסט די לעבנס פון 2,977 מענטשן, בשעת טויזנטער זענען שווער פארוואונדעט געווארן און פילע האבן געליטן שווערע לאנג-טערמיניגע געזונטהייט קאמפליקאציעס. די אטאקעס האבן איבערגעפארבט אמעריקע'ס אויסערן און זיכערהייט פאליסי, פירנדיג צו א גלאבאלע קאנפליקט קעגן טעראר וואס וועט זיך ציען פאר איבער צוואנציג יאר. 9/11 בלייבט איינגעקריצט אלס דער גרעסטע און טויטליכסטע טעראריסטישע אטאקע אין דער וועלט'ס היסטאריע. - פאר "בקיצור" אויף וואטס
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
