בקיצור · Aug 30, 2026
בקיצור — photo status
האדמו''ר מסקווירא וועט זיך נישט באטייליגן אינעם באזוך צוליב וואס דער רבי זז''ג איז נישט ביי די כוחות צו פארן אזא לאנגע וועג, און וועט אנשטאט שיקן בנו הגדול הרה''צ ר' אהרן מענדל. האדמו''ר מסאטמאר מהר''א וועט זיך באטייליגן אינעם באזוך, און ווי מיר הערן טוען די משמשים בקודש ארבעטן צו אראנדזשירן א פריוואטע זיצונג צווישן דעם רבי'ן אין דער פרעזידענט. האדמו''ר מוויזשניץ מאנסי וועט זיך אויך באטייליגן אינעם באזוך, כאטש וואס דער רבי קערט זיך צוריק אייניגע שעות פארדעם קיין אמעריקע נאך א נסיעה קיין מירון. האדמו''ר מבאבוב וועט זיך ווארשיינליך נישט באטייליגן און וועט אנשטאט שיקן בנו הגדול. האדמו''ר מסאטמאר מהר''יי וועט זיך אויך באטייליגן אינעם באזוך, און הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט''א, האט דערווייל נישט געמאכט קיין באשלוס. די באגעגעניש מיט'ן פרעזידענט איז ערווארטעט צו פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג 12:30 נאכמיטאג. פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
