בקיצור · Oct 18, 2026
בקיצור — photo status
א כוואליע פון פראטעסטן טוט איינהילן אייראפע מיט ראיאטירער וואס ברויזן אויף די טייערע לעבנס קאסטן, מיט פראנקרייך אין צענטער. אין בעלגיע זענען סטודענטן-געפירטע פראטעסטן געווארן גאר ווילד און די פאליציי באריכטעט 45 ארעסטן. אין איטאליע האבן 100,000 פראטעסטירער מארשירט אין רוים און האט געפירט צו ארום 50 ארעסטן. אין פארטוגאל זענען צענדליגער טויזנטער ארויסגעקומען פראטעסטירן איבער די ארטיגע האוזינג קריזיס, מיט דעמאנסטרירער וואס האבן פארוואנדלט די גאסן פון ליסבאן אלס זייער שלאף צימער. אין אלבאניע זענען פולע ארויסגעקומען פארלאנגען די רעזיגנאציע פון דער ארטיגער פריים מיניסטאר, און די פאליציי באריכטעט הונדערטער ארעסטן און איבער 120 אפיצירן וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן. אין שפאניע קומען אויך פאר פראטעסטן קעגן א אנגייענדע האוזינג באוועגונג. די אלע פראטעסטן ווערן נישט אנגעפירט דורך א ספעציפישע גרופע, נאר שטאמט פון אויפברויז איבער די טייערע לעבנס קאסטן און באגרעניצטע רעגירונג סערוויסעס. פריע סיגנאלן פון פראטעסטן זעען זיך אויך אן אין גריכנלאנד, דייטשלאנד און אויסטראליע. - *בקיצור*
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
