בקיצור · Jul 25, 2026
בקיצור — photo status
איראן האט אריבערגעפירט קאמאנדירן, מיליטערישע ראטגעבער, און דראון עקוויפמענט, צו די הוטי רעבעלן אין תימן. א פליגער פול מיט געצייג איז ארויסגעפלויגן פון טעהראן יולי 13 און האט געפירט צווישן 10 און 21 מיליטערישע פערסאנאלן, אריינגערעכנט הויכראנגיגע קאמאנדירן. ארגינעל האט עס געדארפט לאנדן ביים הוטי-קאנטראלירטע צאנא לופטפעלד, אבער איז געווען געצווינגען צו לאנדן נעבן דעם רויטן ים נאכפאלגנדיג אטאקעס פון סאודיע אראביע אויף די צאנא לופטפעלד. די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע פערסאנאלן זענען אהינגעשיקט געווארן צו ארויסהעלפן הוטי אפעראציעס און צו טרענירן קעמפער אויף נייע מיסיל סיסטעמען. די פליגער האט אויך געפירט גאלד צו פינאנצירן צוקונפטיגע הוטי אקטיוויטעטן. • רויטערס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://wa.link/zob2pf - פאר "בקיצור" אויף טוויטער/עקס: https://x.com/baketzer
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
