JewishStatusOpen the app

בקיצור · Sep 22, 2026

בקיצור — photo status

ווענעזועלע אפאזיציע פירערין מאטשאדא גרייט זיך צו צוריקקערן קיין ווענעזועלע און ארבעטן אויף נייע פרעזידענט וואלן, טראץ זארג אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע אז איר צוריקקער קען אפ'הרג'נען וואשינגטאן'ס באציאונגען מיט די אמעריקאנער-געשטיצטע צייטווייליגע רעגירונג. ''איך קען נישט פירן די פראצעס פון דערווייטנס,'' האט מאטשאדא געזאגט. ''דער מאמענט פון צוריקקער איז אנגעקומען.'' זי פלאנט צו רייזן איבער ווענעזועלע'ס 23 שטאטן, איבערבויען איר פאליטישע נעטווארק, און אנהייבן די ארבעט פאר א וואל פארמעסט אין וועלכן זי וועט לויפן. איר טיעם ארבעט אויך צו אידענטיפיצירן פאטענציאלע באאמטע וואס קענען איבערנעמען רעגירונג אינסטיטוציעס אונטער א צוקונפטיגע מאטשאדא פירערשאפט. מאטשאדא זאגט אז זי איז גרייט אריינצוגיין אין ווענעזועלע ''דורכ'ן ערד, וואסער, אדער לופטן,'' כאטש וואס א דאטום איז נאכנישט באשטימט געווארן. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס:

ווענעזועלע אפאזיציע פירערין מאטשאדא גרייט זיך צו צוריקקערן קיין ווענעזועלע און ארבעטן אויף נייע פרעזידענט וואלן, טראץ זארג אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע אז איר צוריקקער קען אפ'הרג'נען וואשינגטאן'ס באציאונגען מיט די אמעריקאנער-געשטיצטע צייטווייליגע רעגירונג. ''איך קען נישט פירן די פראצעס פון דערווייטנס,'' האט מאטשאדא געזאגט. ''דער מאמענט פון צוריקקער איז אנגעקומען.'' זי פלאנט צו רייזן איבער ווענעזועלע'ס 23 שטאטן, איבערבויען איר פאליטישע נעטווארק, און אנהייבן די ארבעט פאר א וואל פארמעסט אין וועלכן זי וועט לויפן. איר טיעם ארבעט אויך צו אידענטיפיצירן פאטענציאלע באאמטע וואס קענען איבערנעמען רעגירונג אינסטיטוציעס אונטער א צוקונפטיגע מאטשאדא פירערשאפט. מאטשאדא זאגט אז זי איז גרייט אריינצוגיין אין ווענעזועלע ''דורכ'ן ערד, וואסער, אדער לופטן,'' כאטש וואס א דאטום איז נאכנישט באשטימט געווארן. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור