בקיצור · Jul 26, 2026
בקיצור — photo status
די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט אין א בריוו צו קאנגרעס זיי אינפארמירט אז טערקיי טוט לעגאל נישט נאכקומען די פארלאנגען וואס פעלט זיך אויס צו קענען באקומען די עף-35 פייטער דזשעטס, צוליב וואס טערקיי באנוצט זיך ווייטער מיט רוסלאנד'ס S-400 לופט דעפענס סיסטעם. אונטערן אמעריקאנער געזעץ איז פארבאטן פאר טערקיי צו באקומען דעם עף-35 ביז ווילאנג זי גיט נישט אויף אויף דער רוסישע S-400 לופט דעפענס סיסטעם און פארבינדעטע עקוויפמענט, און זאגט צו אז זי וועט זיך אין די צוקונפט נישט איינהאנדלען דעם סיסטעם. דער בריוו טוט נישט פערמענאנט אויסשליסן די מעגליכקייט פונעם עף-35 פארקויף; פארהאנדלונגען גייען ווייטער אן, און פרעזידענט טראמפ האט שוין סיגנאליזירט שטיצע פאר אן עווענטועלע עף-35 פארקויף אויב די פראבלעם מיט די רוסישע לופט דעפענס סיסטעם ווערט מסודר. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://wa.link/zob2pf - פאר "בקיצור" אויף טוויטער/עקס: https://x.com/baketzer
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
