JewishStatusOpen the app

בקיצור · Sep 13, 2026

בקיצור — video status

ערשטמאליגע אומקלאסיפיצירטע רעקארדירונג פון "60 מינוט פראגראם'' ווייזט די רעטונגס אפעראציעס פון צוויי אמעריקאנער עיר פארס אפיצירן וועמענ'ס פליגער איז אראפגעשאסן געווארן העכער איראן. די צוויי האבן געלאנדעט ארום פינף מייל אפגערוקט צווישן די בערג אין דרום איספאהאן, ארומגענומען דורך איראנער כוחות וועלכע האבן געלאקערט נאך זיי. דער פילאט, אונטער'ן קאוד נאמען ''אלפא'' איז ארויסגעראטעוועט געווארן אינמיטן טאג אין א מיסיע וועלכע האט אריינגענומען 21 אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס. דער וואפנס סיסטעם אפיציר אונטער'ן קאוד נאמען ''בראווא'' איז געבליבן אין איראן פאר צוויי גאנצע טאג. טראץ וואס ער האט זיך צעבראכן זיין רוקן און געליטן פון שווערע וואונדן, האט ער ארויפגעקראכן א 7,000 פיסיגע בארג בעפאר צוויי זעלנער האבן אים געטראפן און אים געפירט צו אן אמעריקאנער העליקאפטער. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור