JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 6, 2026

בקיצור — photo status

די סי-איי-עי האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע קובא טעסק-פארס צו קאארדינירן א מער אינטענסיווע קאמפיין געצילט צו דרוקן די קובאנער רעגירונג צו דורכפירן עקענאמישע, פאליטישע, און פירערשאפט ענדערונגען. די פרישע איינהייט פארברייטערט אירע רייען מיט קעיס אפיצירן, שפיאנאזש אנאליזירער, סייבער אפערירער, און געהיימע איינפלוס ספעציאליסטן, בשעת דער טראמפ אדמיניסטראציע האט אויך געהעכערט קובא צו א ''פריאריטעט1" שפיאנאזש ציל, ברענגענדיג אמעריקאנער אגענטורן צו פירן פרישע אויפזיכט אלטערנאטיוון, אריינגערעכנט סאטעליטן, צו דעם אינזל. די טעסק-פארס' איצטיגע מיסיע איז נישט צו דורכפירן פולשטענדיגע אפעראציעס, נאר צו אויסנוצן צעטיילונגען אינערהאלב קובא'ס פאליטישע עליטע, זאמלען שפיאנאזש אויף הויכראנגיגע באאמטע, און מעגליך אויפדעקן פינאנציעלע נעטוואורקס און ביזנעס געשפעטן צו העכערן דרוק אויף האוואנע. די שפיאנאזש אויפבוי וועט אויך פארבעסערן מיליטערישע פלענער פאר אין פאל וואס די ווייסע הויז וועט אויסוועלן צו פאראויס גיין מיט מיליטערישע אפציעס אין דער צוקונפט. • ניו יארק טיימס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ:

די סי-איי-עי האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע קובא טעסק-פארס צו קאארדינירן א מער אינטענסיווע קאמפיין געצילט צו דרוקן די קובאנער רעגירונג צו דורכפירן עקענאמישע, פאליטישע, און פירערשאפט ענדערונגען. די פרישע איינהייט פארברייטערט אירע רייען מיט קעיס אפיצירן, שפיאנאזש אנאליזירער, סייבער אפערירער, און געהיימע איינפלוס ספעציאליסטן, בשעת דער טראמפ אדמיניסטראציע האט אויך געהעכערט קובא צו א ''פריאריטעט1" שפיאנאזש ציל, ברענגענדיג אמעריקאנער אגענטורן צו פירן פרישע אויפזיכט אלטערנאטיוון, אריינגערעכנט סאטעליטן, צו דעם אינזל. די טעסק-פארס' איצטיגע מיסיע איז נישט צו דורכפירן פולשטענדיגע אפעראציעס, נאר צו אויסנוצן צעטיילונגען אינערהאלב קובא'ס פאליטישע עליטע, זאמלען שפיאנאזש אויף הויכראנגיגע באאמטע, און מעגליך אויפדעקן פינאנציעלע נעטוואורקס און ביזנעס געשפעטן צו העכערן דרוק אויף האוואנע. די שפיאנאזש אויפבוי וועט אויך פארבעסערן מיליטערישע פלענער פאר אין פאל וואס די ווייסע הויז וועט אויסוועלן צו פאראויס גיין מיט מיליטערישע אפציעס אין דער צוקונפט. • ניו יארק טיימס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtc

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור