בקיצור · Aug 2, 2026
בקיצור — photo status
כינע טוט מער און מער ערפילן דעם לאך וואס טיילט אפ צווישן די אמעריקאנער סאטעליט מעגליכקייטן און אירע, אויסשפרייטנדיג איר נעוויגאציע, שפיאנאזש און מיליטערישע ספעיס סיסטעמען, העכערענדיג זארג אין וואשינגטאן איבער בעידזשינג'ס מעגליכקייט צו ווערן א שטער פאר אמעריקע'ס מיליטערישע מאכט אין ספעיס. כינע'ס וואקסענדע סאטעליט נעטווארק טוט איר צושטעלן לעבעדיגע שפיאנאזש אינפארמאציע און קען נאכקוקן אמעריקאנער כוחות. די פענטאגאן האט געווארנט אז כינע'ס אקטיוויטעטן אין ספעיס, טוט פארשטערקערן איר מעגליכקייט צו קאארדינירן מיליטערישע אפעראציעס און דורכפירן לעבעדיגע שפיאנאזש אויף אמעריקאנער כוחות, בשעת וואס די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט באשולדיגט כינעזער פירמעס אין צושטעלן סאטעליט אינפארמאציע וואס קען ארויסהעלפן איראן מיט'ן צילן אמעריקאנער טרופן. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
