בקיצור · Aug 2, 2026
בקיצור — photo status
א גרויסע פראקציע פון טראדיציאנעלע פרא-טראמפ רעפובליקאנער, טוען אנפירן מיט א פריע קאמפיין קעגן וויצע פרעזידענט ווענס אלס טראמפ'ס מעגליכער נאכפאלגער, טענה'נדיג אז ער איז אומערפארן און צו נאנט מיט'ן קאנסערוואטיווער קאמענטאטאר טאקער קארלסאן. די קריטיק ווערט אנגעפירט דורך די וואל סטריט זשורנאל, וואס באשולדיגט ווענס אין שטעלן זיינע 2028 פרעזידענטליכע אמביציעס פאר זיין אייגענעם פאליטישער צוקונפט, אנשטאט פאר'ן לאנד, ער האט נישט קיין ערפארונג אין אויסערן פאליסי, ספעציעל ווען עס קומט צו איראן, און אז ער פארמאגט נאנטע באציאונגען מיט טאקער קארלסאן, טראץ וואס קארלסאן קריטיקירט אמעריקאנער אינטערווענץ איבער'ן וועלט און זיין שטאנד קעגן מדינת ישראל. ווענס' אליאירטע האבן אפגעווארפן די קריטיק זאגענדיג אז דאס קומט פון אן אלטן רעפובליקאנער פראקציע וועלכע האט קיינמאל נישט אויפגענומען טראמפ'ס נייע טראנספארמירונג אינעם פארטיי, און טענה'ן אז די קריטיק טוט בלויז פארשטערקערן ווענס' שטאנד מיט די פארטיי'ס מיטגלידער, אים באצייכנענדיג אלס דער נאכפאלגער פון טראמפ'ס ''אמעריקע ערשט'' אגענדע. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whats
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
