JewishStatusOpen the app

בקיצור · Jul 24, 2026

בקיצור — photo status

דער מדינת ישראל מוסד און שב''כ אגענטורן, זאגן אז זיי האבן אויפגעדעקט א פלאן פון די איראנער שפיאנאזש מיניסטעריום וועלכע האט געזוכט צו רעקרוטירן אויסלענדישע קרימינאלן וואס זאלן ליקווידירן הויכראנגיגע איזראעלישע באאמטע. ווי די צוויי אגענטורן זאגן, איז די פלאן אויפגעדעקט געווארן מיט די הילף פון אינטערנאציאנאלע שפיאנאזש אגענטורן, און איז געווען אן איראנער-געפירטע נעץ וואס האט רעקרוטירט פרעמדע בירגער דורך קרימינאלע פארמיטלער אין איראן און אין אייראפע צו זאמלען אינפארמאציע און דורכפירן אטאקעס קעגן מדינת ישראל צילן. די אויספארשונג איז נאכגעגאנגען די נעטוואורק פון אפיצירן אינערהאלב איראנ'ס שפיאנאזש מיניסטעריום דורך ''קרימינאלע פיגורן וואס אפערירן אונטער טעהראנ'ס שוץ'' ביזן אנקומען צו די פארדעכטיגטער רעקרוטירער פון דער צעל וואס איז געווען באזירט אין פראנקרייך און איז עטליכע מאל געפלויגן קיין איראן צו באקומען ווייטערדיגע אינסטיטוציעס און געלטער. ''איראן טוט זיך מער און מער פארלאזן אויף קרימינאלע גרופעס צו דורכפירן אטאקעס בשעת'ן פרובירן צו באהאלטן איר דירעקטע באטייליגונג,'' האבן די צוויי אגענטורן אויסגעפירט. - פאר "ב

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור