בקיצור · Aug 12, 2026
בקיצור — photo status
אמעריקאנער און מדינת ישראל שפיאנאזש אינפארמאציע האבן געוויזן אז איראנער-פארבינדעטע גרופעס האבן פלאנירט צו צילן פרעזידענט טראמפ'ס פליגער מיט א לייכטער מיסיל ביים ארויספארן פון אנקארא, טערקיי, נאכפאלגנדיג דעם נאטא סאמיט פארגאנגענעם מאנאט. עטליכע אמעריקאנער באאמטע האבן באטראכט דעם פארדעכטיגטן פלאן אלס אוממעגליך צוליב וואס עס נישט געווען קיין באווייז אז די פארדעכטיגטע מיליטאנטן זאלן האבן די נויטיגע מיסיל סיסטעם אין אנקארא, בשעת טערקישע באאמטע האבן שפעטער געזאגט אז זיי האבן נישט געפונען אז טראמפ זאל האבן געווען אין א געפאר. טראץ די צווייפלונגען, האט די סיקרעט סערוויס דורכגעפירט א פארפירערישע אפעראציע, און געהיים אריבערגעפירט טראמפ דורך א לופטפעלד קעטערינג טראק פון עיר-פארס וואן צו א קלענערע מיליטערישע פליגער, וואס האט אים ארויסגעפירט פון טערקיי אן די וויסן פונעם פובליק. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
