בקיצור · Nov 4, 2026
בקיצור — photo status
אמעריקע איז היינט געקומען אונטער פארפלייצונג פון א מאסיוון בלויע כוואליע, אזש קיין שום פאראויסשאצונג האט נישט געוואוסט צו זאגן אז די כוואליע וועט זיין אזױ אגרעסיוו. שטייענדיג ביים שוועל פון נאוועמבער 3 ווערט קלאר אז דעמאקראטן האבן איבערגענומען קאנטראל פון קאנגרעס און סענאט, און וועלן עס פירן איבער די קומענדיגע צוויי יאר. דעמאקראטן האבן באוויזן צו באקומען סענאט אדאנק זייערע געווינסן אין נארט קאראליינע, סאוט קאראליינע, אהייא, טעקסעס, קענזעס און אייאווע. האקים דזשעפריס וועט ווערן דער קומענדיגער קאנגרעס ספיקער. א סי-ען-ען אנקעטע ווייזט אז וויילער זענען געווען גאר אויפגעברויזט אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, וואס האט געברענגט אז גאר אסאך רעפובליקאנער זאלן שטימען פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן. אין די אנקעטע איז טראמפ'ס צופרידנהייט ראטע אריינגעקומען ביי 38%, נאנט צו 7 פונקטן ווייניגער ווי אין די 2018 מידטורמס.
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
