JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 25, 2026

בקיצור — photo status

עטליכע טאג פאר אמעריקע איז אריין אין מלחמה מיט איראן, האט פרעזידענט טראמפ געפרעגט פונעם דעמאלטיגע שפיאנאזש דירעקטארין טולסי גאבערד אויב א פולע אטאקע קעגן איראן איז א גוטע געדאנק. גאבערד האט געווארנט אז אומברענגען דער סופרים פירער עלי כומעיני קען פירן צו א שטייפערע איראנער רעגירונג וואס וועט אסאך מער ווילן אנטוויקעלן א נוקלעארע וואפן. זי האט אויך געווארנט אז איראן קען פארמאכן די הארמוז, שטערן גלאבאלע ענערגיע מארקעטס, און אטאקירן אמעריקאנע כוחות און רעגיאנאלע אלאריאטע. הויכראנגיגע אדמיניסטראציע באאמטע און דער איזראעלישער פריים מיניסטאר נתניהו האבן אבער גע'טענה'ט אז איראן איז ביי איר שוואכסטער פונקט, געבנדיג פאר טראמפ די מעגליכקייט צו פארניכטן איר נוקלעארע פראגראם און פארשטארקן זיין פראפייל. וויצע פרעזידענט ווענס האט גע'טענה'ט אז מען דארף געבן נאך א שאנס פאר דיפלאמאטיע, בשעת הויכראנגיגע מיליטערישע באאמטע האבן געווארנט איבער פאטענציאלע קרבנות און באגרעניצטע וואפן זאפאסן. טראץ די זארג, האט טראמפ עווענטועל געגעבן זיין באשלוס צו פאראויס גיין מיט די אטאקע. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: ht

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור