JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 8, 2026

בקיצור — photo status

אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע ווארענען אז דער רוסישער פרעזידענט פוטין קען אויספרובירן נאטא'ס פעסטקייט איבער די קומענדיגע פאר יאר, דורך באגרעניצטע שריט ווי סייבער אטאקעס אדער א קליינע אטאקע אויף א נאטא מיטגליד. די אפשאצונג האט זיך געטוישט פריער אין יאר, ווען רוסלאנד איז געקומען אונטער וואקסנדע דרוק אין אוקראינע, מיט אוקראינישע דראון אטאקעס וואס האבן שאדן געלייגט מיליטערישע און ענערגיע אינפראסטרוקטור בשעת רוסלאנד'ס פארשריט האט נאכגעלאזט. באאמטע גלייבן אז פוטין קען זוכן צו צעברעכן נאטא דורך אויסנוצן דעם אומקלארקייט איבער דעם אליאנץ' ענטפער צו סייבער אטאקעס. די אפשאצונגען צייגן אז אזא שריט קען פאסירן צווישן דעם הערבסט סעזאן ביז 2029. כאטש וואס א דירעקטע לאנד אטאקע פארבלייבט א ווארשיינליכע אומרעאליסטישע אפציע, זאגן באאמטע אז דער ריזיקע פון א רוסישע אטאקע טוט זיך הייבן מיט די צייט. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס:

אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע ווארענען אז דער רוסישער פרעזידענט פוטין קען אויספרובירן נאטא'ס פעסטקייט איבער די קומענדיגע פאר יאר, דורך באגרעניצטע שריט ווי סייבער אטאקעס אדער א קליינע אטאקע אויף א נאטא מיטגליד. די אפשאצונג האט זיך געטוישט פריער אין יאר, ווען רוסלאנד איז געקומען אונטער וואקסנדע דרוק אין אוקראינע, מיט אוקראינישע דראון אטאקעס וואס האבן שאדן געלייגט מיליטערישע און ענערגיע אינפראסטרוקטור בשעת רוסלאנד'ס פארשריט האט נאכגעלאזט. באאמטע גלייבן אז פוטין קען זוכן צו צעברעכן נאטא דורך אויסנוצן דעם אומקלארקייט איבער דעם אליאנץ' ענטפער צו סייבער אטאקעס. די אפשאצונגען צייגן אז אזא שריט קען פאסירן צווישן דעם הערבסט סעזאן ביז 2029. כאטש וואס א דירעקטע לאנד אטאקע פארבלייבט א ווארשיינליכע אומרעאליסטישע אפציע, זאגן באאמטע אז דער ריזיקע פון א רוסישע אטאקע טוט זיך הייבן מיט די צייט. • וואל סטריט זשורנאל • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור