בקיצור · Aug 4, 2026
בקיצור — photo status
א WIRED אויספארשונג האט געפינען אז א מעדיצינישע מעדעוואק פליגער וואס האט געקראכט אין ניו מעקסיקא אין מאי 2026, איז מעגליך טיילווייז אראפגעברענגט געווארן דורך אן אמעריקאנער מיליטערישע דזשי-פי-עס דזשעמינג עקסערסייז. דער פליגער האט פארלוירן איר דזשי-די-פי נעוויגאציע בשעת די מיליטער האט דורכגעפירט איר יערליכע עלעקטאראנישע עקסערסייז ביים ווייט סענדס מיסיל רענטש באזע. די פילאטן, וואס זענען געפלויגן ביינאכט מיט ווייניג וויזועלע מעגליכקייטן, האבן געבעטן הילף פון די עיר-טראפיק קאנטראל, אבער זענען פלוצלינג אריין אין א טומל נישט האבנדיג קיין וויזיע אדער דזשי-פי-עס, און אריינגעפלויגן אין די קעפיטאן בערג. די קראך איז געקומען פון א קאמבינאציע פון מיליטערישע דזשי-פי-עס דזשעמינג, אומערפארענע פילאטן, א גאר פארנומענע צייט ביי די לופט קאנטראלער, און שווערע וועטערס. די אפציעלע אויספארשונג גייט נאך אן, אבער אויב איז דער באריכט פון WIERD אמת, דאן וועט דאס זיין די ערשטע באקאנטע מעדיצינישע פליגער קראך אין אמעריקע, אין וואס מיליטערישע דזשי-פי-עס דזשעמינג האט געשפילט א ראלע. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
