JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 9, 2026

בקיצור — photo status

די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט פאר א יעצטיגער אדער געוועזענער קובאנער באאמטער וועלכער קען איבערנעמען די רעגירונג אין האוואנע, אין א צייט וואס וואשינגטאן העכערט איר דרוק קאמפיין קעגן קובא. אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען פארארדענט געווארן צו טרעפן א פיגור ענליך צו ווענעזועלע'ס דעלסי ראדריגעז, וואס האט איבערגענומען די מאכט נאך וואס אמעריקע האט ארעסטירט ניקאלאס מאדורא. אבער, שפיאנאזש שאצונגען ווייזן אז קובא איז אינעם זעלבן וועג ווי איראן, מיט געציילטע פאטענציאלע איבערנעמער און פילע וועלכע געהערן צו שטרענגע און עקסטרעמיסטישע גרופעס. וואשינגטאן פארלאנגט אז קובא זאל ליבעראליזירן איר עקענאמיע, עפענען פלאץ פאר אמעריקאנער ביזנעסער, קויפן אמעריקאנער אויל און פארשיקן רוסישע און כינעזער שפיאנאזש אגענטן, פארשלאגנדיג הומאניטארישע הילף און אראפנעמען סאנקציעס אין אויסטויש. • ניו יארק טיימס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס:

די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט פאר א יעצטיגער אדער געוועזענער קובאנער באאמטער וועלכער קען איבערנעמען די רעגירונג אין האוואנע, אין א צייט וואס וואשינגטאן העכערט איר דרוק קאמפיין קעגן קובא. אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען פארארדענט געווארן צו טרעפן א פיגור ענליך צו ווענעזועלע'ס דעלסי ראדריגעז, וואס האט איבערגענומען די מאכט נאך וואס אמעריקע האט ארעסטירט ניקאלאס מאדורא. אבער, שפיאנאזש שאצונגען ווייזן אז קובא איז אינעם זעלבן וועג ווי איראן, מיט געציילטע פאטענציאלע איבערנעמער און פילע וועלכע געהערן צו שטרענגע און עקסטרעמיסטישע גרופעס. וואשינגטאן פארלאנגט אז קובא זאל ליבעראליזירן איר עקענאמיע, עפענען פלאץ פאר אמעריקאנער ביזנעסער, קויפן אמעריקאנער אויל און פארשיקן רוסישע און כינעזער שפיאנאזש אגענטן, פארשלאגנדיג הומאניטארישע הילף און אראפנעמען סאנקציעס אין אויסטויש. • ניו יארק טיימס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור