בקיצור · Aug 12, 2026
בקיצור — photo status
די טראמפ אדמיניסטראציע פלאנט צו שפענדן ווייניגסטנס 900 מיליאן דאלער פאר קאנסטרוקציע און מאדערניזאציע פראיעקטן נעבן די ווייסע הויז. אנשטאט צו נעמען דאס געלט גלייך פון קאנגרעס, האט די אדמיניסטראציע צוזאמגענומען הונדערטער מיליאנען דאלארן פון די סיקרעט סערוויס, די ווייסע הויז מיליטערישע אפיס, און פריוואטע ביישטייער און אריבערגעפירט דאס געלט דורך א נישט צו באקאנטע ווייסע הויז אקאונט. די געפלאנטע פראיעקטן נעמען אריין טראמפ'ס מזרח פליגל באלרום און נייע לאנדונג פלאץ פארן מארין וואן העליקאפטער, ברענגענדיג די קאנסטרוקציע קאסטן צו ווייניגסטנס 927 מיליאן. די פלענער שטייען פאר לעגאלע שוועריקייטן נאך וואס א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז די אדמיניסטראציע דארף קאנגרעסיאנאלע באשטעטיגונג צו פאראויס גיין מיט קאנסטרוקציע ביי די מזרח פליגל באלרום. טראמפ האט געזאגט אז ער וועט אפעלירן די באשלוס. • וואשינגטאן פאוסט • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
