JewishStatusOpen the app

בקיצור · Sep 17, 2026

בקיצור — photo status

סאודיע אראביע האט געבעטן פון כינע צו לייגן דרוק אויף איראן אז זיי זאלן באפעלן די הוטיס צו זיין איינגעהאלטן נאך וואס די הוטי רעבעלן האבן איינגענומען די באב אל-מענדעב וואסער וועג. בעדזשינג האט אפן גערופן פאר איינגעהאלטנקייט, דיאלאג און זיכערע נעוויגאציע, אבער איז געגאנגען פאראויס דורכ'ן אפהאלטן פריוואטע דיסקוסיעס מיט טעהראן. איראן האט רעאגירט אז רעגיאנאלע סטאביליטעט ווענדט זיך אין ענדיגן די אמעריקאנער מלחמה קעגן איראן. כינע האט נישט געמאכט קיין עקענאמישע סטראשונקעס פאר איראן, אבער איר פארבינדונג מיט איראן איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף עקענאמיע, ווי איין מערב וועלט באאמטער האט געזאגט: ''טעהראן און בעדזשינג דארפן איינער דעם צווייטן. כינע איז א פאקטאר וואס טעהראן קען נישט איגנארירן, און בעדזשינג וויל זען דעם הארמוז אפן און א זיכערע רויטע ים.'' • רויטערס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס:

סאודיע אראביע האט געבעטן פון כינע צו לייגן דרוק אויף איראן אז זיי זאלן באפעלן די הוטיס צו זיין איינגעהאלטן נאך וואס די הוטי רעבעלן האבן איינגענומען די באב אל-מענדעב וואסער וועג. בעדזשינג האט אפן גערופן פאר איינגעהאלטנקייט, דיאלאג און זיכערע נעוויגאציע, אבער איז געגאנגען פאראויס דורכ'ן אפהאלטן פריוואטע דיסקוסיעס מיט טעהראן. איראן האט רעאגירט אז רעגיאנאלע סטאביליטעט ווענדט זיך אין ענדיגן די אמעריקאנער מלחמה קעגן איראן. כינע האט נישט געמאכט קיין עקענאמישע סטראשונקעס פאר איראן, אבער איר פארבינדונג מיט איראן איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף עקענאמיע, ווי איין מערב וועלט באאמטער האט געזאגט: ''טעהראן און בעדזשינג דארפן איינער דעם צווייטן. כינע איז א פאקטאר וואס טעהראן קען נישט איגנארירן, און בעדזשינג וויל זען דעם הארמוז אפן און א זיכערע רויטע ים.'' • רויטערס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור