JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 19, 2026

בקיצור — photo status

אזערביידזשאן האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן סי-ען-ען אין אן אמעריקאנער פעדעראלע געריכט נאך א באריכט פון סי-ען-ען אז אזערביידזשאן טעריטאריע איז גענוצט געווארן דורך מדינת ישראל פאר מיליטערישע און שפיאנאזש אפעראציעס קעגן איראן. אזערביידזשאן זאגט, אז דער באריכט איז געווען פאלש און אז סי-ען-ען האט עס ארויסגעגעבן טראץ וואס זיי האבן באקומען אן אפיציעלע לייקענונג אז אזערביידזשאן ערלויבט אויסלענדישע כוחות צו נוצן איר טעריטאריע פאר אפעראציעס קעגן שכנות'דיגע לענדער. אזערביידזשאן האט עטליכע מאל פארלאנגט אז סי-ען-ען זאל פארמעקן אדער פאררעכטן דעם באריכט, אבער זאגט אז קיין שום טוישונגען זענען נישט געמאכט געווארן. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס:

אזערביידזשאן האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן סי-ען-ען אין אן אמעריקאנער פעדעראלע געריכט נאך א באריכט פון סי-ען-ען אז אזערביידזשאן טעריטאריע איז גענוצט געווארן דורך מדינת ישראל פאר מיליטערישע און שפיאנאזש אפעראציעס קעגן איראן. אזערביידזשאן זאגט, אז דער באריכט איז געווען פאלש און אז סי-ען-ען האט עס ארויסגעגעבן טראץ וואס זיי האבן באקומען אן אפיציעלע לייקענונג אז אזערביידזשאן ערלויבט אויסלענדישע כוחות צו נוצן איר טעריטאריע פאר אפעראציעס קעגן שכנות'דיגע לענדער. אזערביידזשאן האט עטליכע מאל פארלאנגט אז סי-ען-ען זאל פארמעקן אדער פאררעכטן דעם באריכט, אבער זאגט אז קיין שום טוישונגען זענען נישט געמאכט געווארן. - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור