JewishStatusOpen the app

בקיצור · Aug 19, 2026

בקיצור — photo status

די אמעריקאנער מיליטער האט שטילערהייט אויפגעשטעלט א שיפינג קארידאר ביי דרום זייט פון די הארמוז וואסער וועג, ערלויבנדיג 15 ביז 20 טאנקיר שיפן צו אריין און ארויס פארן יעדע נאכט. אמעריקאנער באאמטע זאגן אז די אפעראציע טוט אצינד אריבערפירן 10 מיליאן פעסער אויל א טאג, מיט טייל נעכט וואס עס ווערט אריבערגעפירט 15 ביז 20 מיליאן פעסער א טאג. אמעריקע קאארדאנירט ביידע; אנגעפילטע טאנקיר שיפן וואס פארלאזן די גאלף און ליידיגע שיפן וואס קומען אריין צו נעמען אויל פון די עמיראטן, באכרעין, און קאוועיט. די שיפן פארן אין גרופעס אונטער אמעריקאנע לופט שוץ, מיט פייטער דזשעטס וואס האלטן אן אויג אויף איראנער דראונס און קרוז מיסילס. די אמעריקאנער מיליטער האט שוין אראפגעשאסן הונדערטער איראנער מיסילס און דראונס, אריינגערעכנט אכט דראונס און צוויי קרוז מיסילס מאנטאג נאכט. • אקסיאס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס:

די אמעריקאנער מיליטער האט שטילערהייט אויפגעשטעלט א שיפינג קארידאר ביי דרום זייט פון די הארמוז וואסער וועג, ערלויבנדיג 15 ביז 20 טאנקיר שיפן צו אריין און ארויס פארן יעדע נאכט. אמעריקאנער באאמטע זאגן אז די אפעראציע טוט אצינד אריבערפירן 10 מיליאן פעסער אויל א טאג, מיט טייל נעכט וואס עס ווערט אריבערגעפירט 15 ביז 20 מיליאן פעסער א טאג. אמעריקע קאארדאנירט ביידע; אנגעפילטע טאנקיר שיפן וואס פארלאזן די גאלף און ליידיגע שיפן וואס קומען אריין צו נעמען אויל פון די עמיראטן, באכרעין, און קאוועיט. די שיפן פארן אין גרופעס אונטער אמעריקאנע לופט שוץ, מיט פייטער דזשעטס וואס האלטן אן אויג אויף איראנער דראונס און קרוז מיסילס. די אמעריקאנער מיליטער האט שוין אראפגעשאסן הונדערטער איראנער מיסילס און דראונס, אריינגערעכנט אכט דראונס און צוויי קרוז מיסילס מאנטאג נאכט. • אקסיאס • - פאר "בקיצור" אויף וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר ''בקיצור'' אויף סטאטוס: https://wa.link/zob2pf

Watch in the app All of בקיצור's statuses

More from בקיצור