בקיצור · Nov 18, 2026
בקיצור — photo status
א פעדעראלע געריכט אין ברוקלין האט פאראורטיילט אסיף מערטשאנט, אן 48-יאריגער פאקיסטאנער בירגער, צו 27 יאר טורמע פאר'ן פרובירן צו הרג'נען פרעזידענט טראמפ און אנדערע אמעריקאנער פאליטישע פיגורן אונטער א פלאן וואס איז דירעקטירט געווארן דורך איראן. אסיף איז רעקרוטירט געווארן דורך די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע צו אראנזשירן פאליטישע אטענטאטן אין רעאקציע צו די טויט פון דער גענעראל קאסאם סאלומאני. אסיף איז געקומען קיין אמעריקע אין אפריל 2024 און האט געצאלט 5,000 דאלער פאר מאפיאנערן וואס האבן געזאלט אויספירן די מארד, אבער זענען צו זיין מזל געווען געהיימע עף-בי-איי אגענטן. ער איז ארעסטירט געווארן אין 2024 און איז געווארן אנגעקלאגט מיט טעראריזם און מערדעריי קלאגעס. - פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:* https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI - פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:* https://wa.link/7jksog
More from בקיצור
- בקיצורNov 21, 2026 · אליס הואנג, די פרוי אין צענטער פון די ענווידיע סקאנדאל, האט

- בקיצורNov 21, 2026 · אמעריקע האט פארגעשלאגן פאר אוקראינע צו זיך אנשליסן אין נאטא

- בקיצורNov 21, 2026 · טייוואן האט באריכטעט 2,700 פארדעכטיגטע כינעזער אקאונטס צו מע

- בקיצורNov 21, 2026 · ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני וועט טראגן א בוט אויף זיין פיס,

- בקיצורNov 21, 2026 · סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט האט ארויפגעשטעלט נייע באגרענעצ

- בקיצורNov 21, 2026 · די איראנער מיליטער האט ארויסגעגעבן א ווידעא וואס דארף צו ווי
