בקיצור · Aug 17, 2026
בקיצור — photo status
א פייער אפשטעל איז טאקע דערגרייכט געווארן, אבער די צילן אונטער'ן פייער אפשטעל זענען נישט. די אמעריקאנער וואסער בלאקאדע איז אראפ פון איראנער פארטן, שווערע סאנקציעס אויף איראנער אויל זענען פארמעקט געווארן, און די אמעריקאנער באמבעדירונגען זענען געקומען צו אן אפשטעל. איראן פון איר זייט, האט פארפעלט אנצוהאלטן איר צוזאג, די הארמוז וואסער וועג איז קיינמאל געעפנט געווארן - א זאך וואס שטייט אצינד אין צענטער און בלאקירט סיי וועלכע סיגנאלן פון א צוקונפטיגע דיעל. יעדן טאג איז א פרישע שיף ארויף אין פלאמען ביי די ברעגעס פון אמאן נאכ'ן פרובירן צו אריבערפארן דעם וואסער וועג, בשעת איראנער שיפן זענען געפארן געמיטלעך. ביז היינט איז ווייט נישט קלאר די סיבה פארוואס איראן האט נישט - און האלט ווייטער נישט אן - אירע פארפליכטונגען. טייל שפעקולירן אז דאס קומט פון א צווישנשייד אינערהאלב דער איראנער פירערשאפט, ווען די פארהאנדלער פאר א דיעל גיבן נאך קאנצעסיעס, אבער די רעוואלוציאנערע גווארדיע און באסיזש קרעפטן נעמען א צווייטן ריכטונג און בלייבן ווייטער ביי זייערע ארגינעלע פאזיציעס פון פאנאטישקייט און קאנפליקט.
More from בקיצור
- בקיצורNov 4, 2026 · קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס האט פארמאל אריינגעטרא

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז ער זארגט זיך נישט אז די דעמעקראטן וועלן אנהייב

- בקיצורNov 4, 2026 · די טראמפ אדמיניסטראציע פארהאנדלט א מיליטערישע אפמאך מיט ווענ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ באטראכט צו פארשיקן סעקרעטערי אוו וואר פיט העגסעט, נאכפ

- בקיצורNov 4, 2026 · שפיאנאזש טיילונג צווישן אמעריקאנער אגענטורן אונטער די טראמפ

- בקיצורNov 4, 2026 · טראמפ זאגט אז די מלחמה מיט איראן וועט זיך ענדיגן ווען ער ווע
