JewishStatusOpen the app

Yonesen Schwartz · Nov 10, 2026

Yonesen Schwartz — video status

"צדיק כתמר יפרך"; א רירנדע מעמד סעודת הודאה איז פארגעקומען די פארגאנגענע מוצאי שבת, פון הרה"ח ר' יהושע מענדלאווישט שליט"א משב"ק אצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נאכן ליידן געזונטהייט קאמפליקאציעס מיט די נירן. די ישועה האט זיך אנגעהויבן כ"ו אב תשפ"ה ווען א חשובע אינגערמאן הר"ר אברהם אהרן לאבין הי"ו איז ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביומא דהילולא. ארויסקומענדיג פונעם ציון הק' האט ער באמערקט די "רינועל סווא"ב מאביל", האט ער געקלערט צו נעמען א טעסט און זיך איינהאנדלען א זכות אין האנט. א האלבע יאר שפעטער באקומט ער א רוף פון רינועל, אז ער איז געפינען געווארן אלס פונקטליכע מעט"ש צו הרה"ח ר' יהושע שליט"א, און די רעשטע איז היסטאריע. אצינד איז פארגעקומען די געהויבענע סעודת הודאה מיטן באטייליגונג פון די רינועל שטאב. *"ועמך כולם צדיקים"* *JOIN THE RENEWAL TZADIKIM STATUS* https://wa.me/17186024033?text=Hi.%20I%20would%20like%20to%20sign%20up%20to%20the%20Tzadikim%20status *JOIN A RENEWAL TZADIKIM GROUP* https://chat.whatsapp.com/JaKy2gifvGHB3GfkQ8bumc

Watch in the app All of Yonesen Schwartz's statuses

More from Yonesen Schwartz