JewishStatusOpen the app

צום פינטל · Oct 18, 2026

צום פינטל — photo status

מיט גרויס התרוממות הנפש האבן חסידים ואנשי מעשה מיטגעלעבט דעם געהויבענעם שבת קודש אין צענטער פון ירושלים עיר הקודש, ווען עס האט פראכטפול געוויילט בתוככי העיר כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון בארא פארק, לרגל די שמחת העלייה לתורה (אויפרוף) פון זיין אייניקל - פארבליבן אין ארץ הקודש נאך לאנגע יארן וואס דער רבי שליט"א האט נישט געוויילט על אדמת הקודש. ​די הארציגע תפילות און די רומענדיגע טישן זענען אפגעריכטן געווארן ברב עם הדרת מלך אינעם גרויסן בית המדרש הגדול דחסידי זוועהיל, וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען המוני חסידים און אוהדי בית סקאליע מיטצוהאלטן די היסטארישע מאמענטן. ​תיכף במוצאי שבת קודש איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל אינעם זאל, פארבונדן מיט א געהויבענעם מעמד פון "התחלת כתיבת האותיות" פאר א נייעם ספר תורה וואס ווערט אריינגעשריבן לכבוד די שמחה.

Watch in the app All of צום פינטל's statuses

More from צום פינטל