JewishStatusOpen the app

צום פינטל · Nov 17, 2026

צום פינטל — text status

לויט די דערווייל אומבאשטעטיגטע באריכטן, רעדט מען גאר פון איינפירן די זעלבע ביטערע סעלעקציע, אז א קינד וועמענס טאטע קען נישט באצאלן שכר לימוד זאל חלילה בלייבן אינדרויסן פון די חדר טירן! רבותי, וואו זענען מיר אנגעקומען?! איז דען א אידיש קינד שולדיג אז זיין טאטע מוטשעט זיך מיט פרנסה?! איז דאס דער דרך התורה? איז דאס אהבת ישראל? א קליינער חדר ווערט נישט גרויס דורך נאכמאכן די וואס צאפן בלוט פון אידן! א חדר ווערט גרויס דורך תורה, יראת שמים, רחמנות און א ווארעם אידיש הארץ! דער מאנסיער ציבור איז גרייט זיך אנצונעמען פאר די הייליגע תשב"ר! מיר וואונטשן דעם חשובן רבי א רפואה שלימה מן השמים, און האפן אז די באריכטן וועלן זיך ארויסווייזן אלס נישט ריכטיג. נאך פרטים וועלן נאכפאלגן!
Watch in the app All of צום פינטל's statuses

More from צום פינטל