JewishStatusOpen the app

צום פינטל · Sep 29, 2026

צום פינטל — video status

היינט אין גאלדערס גרין לאנדאן. א יונגערמאן אן אויבער חכם האט באמערקט א גוי פארקן אויף צוויי ספּאַטס האט דער חכם שטרענג פארגעהאלטן דעם ערל מיט א היתכן. דער גוי האט זיך אויפגערעגט אויפן ראָצער און ארויסגענימען א גראבן אייזערנעם שטאנג פונעם טראנק און זיך געגרייט צו מאכן שלישקעס פונעם בעל מוחה. דער יונגערמאן האט איינגעזעהן אז ער איז נישט אין כולל און אז אין דריי סעקונדעס גייטער זיך טרעפן מיטן מאור ושמש האט ער א הייב געטין זיינע לאַבּעס און אנגעהויבן נישט לויפן נאר פליען. דער גוי האט אויפגעגעבן אויף זיין קרבן אבער דער חכם לויפט נאך יעצט. מהאפט אז ביז הושענה רבה וועט ער סטאַפּן לויפן

Watch in the app All of צום פינטל's statuses

More from צום פינטל