JewishStatusOpen the app

צום פינטל · Oct 25, 2026

צום פינטל — text status

80 יאר צוריק האט רביה”ק זי”ע אויסגעשריגן אז גיין צו די בחירות נעמט מען א חלק אין די כפירה בד’ אין די טמא’נע מדינה, און די אגודיסטן (וואס האבן ווען געדארפט באקעמפן ציונות, אזוי ווי זייערע פריערדיגע רביס האבן געזאגט) זענען געווארן א אקטיווע טייל פון די מדינה מיט דעפוטאטן אין כנסת המינים, מיטן תירוץ פון ”אויפטון פון אינעווייניג” יעצט, ווען ערליכע אידן אין די אזויגערופענע אידישע מדינה שטייען אויס די שווערסטע גזירות צו האלטן אידישקייט פון סיי וועלכע אנדערע לאנד אין די גאנצע וועלט, וויפיל האבן זיי מצליח געווען צו אויפטון פון אינעווענדיג? יעצט זעהט מען קלאר בחוש וואס אנזערע רביס האבן געזען 100 יאר צוריק..
Watch in the app All of צום פינטל's statuses

More from צום פינטל