JewishStatusOpen the app

צום פינטל · Sep 15, 2026

צום פינטל — text status

*א אפיציעלער באריכט פון דוברות 'הדסה עין כרם':* אין שפיטאל 'הדסה עין כרם' אין ירושלים, איז ברוך ה' מיט א גרויסער הצלחה געענדיגט געווארן א קאמפלעצירטע אפעראציע פון אריינלייגן א *פעיסמייקער* פאר *מרן האדמו"ר מויזניץ שליט"א*. די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך פראפעסאר דוד לוריא, מנהל פונעם אפטיילונג פאר פעיסמייקערס אין 'הדסה' מעדיקאל צענטער. דער רבי שליט"א וועט בלייבן אונטער שטרענגער אָפּהיטונג און באַאבאכטונג פון די חשובסטע דאָקטוירים ביז צו זיין פולשטענדיגער אויפפריש און רפואה שלמה
Watch in the app All of צום פינטל's statuses

More from צום פינטל