צום פינטל · Jul 15, 2026
צום פינטל — photo status
*אין דעם זומער: לאזט נישט קיין קינדער אליינס אין קאר!* עס קען פאסירן פאר יעדן איינעם: אין *ביזי טעג,* ווען מען איז מיעד אדער מען יאגט זיך און דער סדר היום ווערט איבערגעדרייט. מומחים אין קינדער-זיכערהייט געבן איבער עטליכע פשוט'ע "טיפס" וואס קענען ראטעווען לעבנס: *לאזט איבער א טאש, בערזל אדער דעם טעלעפאן* אויפן הינטערשטן זיץ, נעבן דעם קינד. *לייגט א חפץ פונעם קינד* אויפן פאדערשטן זיץ אלס אן אנדייטונג. *מאכט א סדר:* קוקט אלעמאל אויפן הינטערשטן זיץ ווען איר פארלאזט דעם קאר. *קובע געווען א סדר:* באריכטן זיך נאכדעם וואס מען האט אפגעגעבן דאס קינד אין חדר אדער אין מוסד. *שטעלט אן א רימיינדער* אין טעלעפאן. *קלעבט א צעטל* אויפן *Dashboard:* "האסטו איבערגעקוקט דעם הינטערשטן זיץ?" *נוצט א סעקיוריטי סיסטעם* פארן אויטא, אויסער די אייגענע זהירות. *געדענקט:* מען טאר בשום אופן נישט לאזן קיין קינד אין קאר, אפילו פאר איין מינוט! דער קאר ווערט הייס מיט א גיכקייט, און אין א קורצער צייט קען חלילה אנטשטיין א סכנת נפשות. איין בליק צוריק נעמט בלויז א סעקונדע - און קען ראטעווען א לעבן. *א געזונטן זומער,* *מיט בשורות טובות!*
More from צום פינטל
- צום פינטלNov 5, 2026 · מרן המשגיח הגר״ד סגל נחת בארץ ישראל לפנות בוקר יום חמישי. תם

- צום פינטלNov 4, 2026 · די געצווינגענע פסק וואס די רוצח חידו ווייס שר"י האט געמיזט ח

- צום פינטלNov 4, 2026 · יודען אין אומן בעטען זיך ווייטער איין צו די רוצח חידו ווייס

- צום פינטלNov 4, 2026

- צום פינטלNov 4, 2026 · היינט צופרי אין בני ברק נאך א שווערע נאכט פון זיך דארפען ריי

- צום פינטלNov 4, 2026 · די עמרדשענסי מיטינג מיט די עסקנים אין רבנים ובראשם רבי משה ב
