JewishStatusOpen the app

Efraim Feder · Sep 29, 2026

Efraim Feder — video status

*וואו נאך אויף דער גאנצער וועלט זעט מען אזא מחזה?!* המונים אידן שטייען אינאיינעם, דאווענען, זינגען און טאנצן, און פרייען זיך פארן אויבערשטן מיט א שמחה וואס ברעכט ארויס פון טיפן הארץ. *נישט פאר קיין פארשטעלונג, נישט פאר קיין אונטערהאלטונג… נאר פשוט צו זיין נאנט צום אויבערשטן, צו דאווענען און זיך צו פרייען פאר בורא עולם.* עס זענען דא מאמענטן ווען אן אלטער פסוק ווערט פלוצלינג לעבעדיג ממש פאר די אויגן: ״*עִבְדוּ אֶת ה׳ בְּשִׂמְחָה, בֹּאוּ לְפָנָיו בִּרְנָנָה*״. *זאגט מיר: וואו נאך אויף דער גאנצער וועלט זעט מען אזא זאך?!* *אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לּוֹ!*

Watch in the app All of Efraim Feder's statuses

More from Efraim Feder