Efraim Feder · Aug 24, 2026
Efraim Feder — photo status
*גוטע נייעס אין לעיקוואוד: באס טראנספארטאציע פרייז דראסטיש רעדוצירט צו $290* לעיקוואוד - היינט איז געמאלדן געווארן גוטע נייעס פאר עלטערן אין שטאט אז די פרייז פאר באס טראנספארטאציע איז דראסטיש געשניטן געווארן צו בלויז $290 פער קינד, א מאסיווע רעדוקציע פון די $945 ערשט געמאלדן געווארן פארגאנגענע וואך, פאראורזאכנדיג א ערנסטע שטורעם. דאס קומט נאך אינטענסיווע פארהאנדלונגען דורך עסקנים פון איגוד המוסדות מיט די "לעיקוואוד סטודענט טראנספארטאציע אויטעריטעט", און לאקאלע און סטעיט באאמטע. די הנהלה פון איגוד המוסדות האט געטוישט זייער פריערדיגע שטעלונג און פארלאנגן איצט אז די מוסדות זאל איבערצוגעבן פאר די עלטערן אז מען זאל זיך שוין איינשרייבן ביי די לעיקוואוד סטודענט טראנספארטאציע אויטעריטעט אפיסעס וואס וועלן ספעציעל ארבעטן לענגערע שעה'ן צו קענען ארויסהעלפן דעם ציבור מיט די רעגיסטראציע. *




