JewishStatusOpen the app

Efrayim Goldstein · Sep 10, 2026

Efrayim Goldstein — video status

לעילוי נשמת אונזער טייערע זיידע ר׳ שלמה ב״ר יונתן ז״ל וואס איז געווען דער בעל תפילה און בעל קורא פאר פופציג יאר אין דער בעלזא קהילה, און אויסגעגאסן זיין הארץ מיט אזויפיל התרגשות פאר אונז און פארן גאנצן ציבור. זענען מיר, זיינע אייניקלעך, געקומען פאראייביגן זיין זכרון אויפן זעלבן עמוד און ביי דער זעלבער בימה, וואו ער איז געשטאנען די אלע יארן, ווען זיינע מחזורים זענען אפן פאר אונז. כאטש זיין זיסער קול וועט שוין מער נישט געהערט ווערן, און דעם חלל וואס ער האט איבערגעלאזט קען קיינער נישט אנפילן, וועלן מיר זיך אייביג בענקען און געדענקען זיין הארציגע תפילה און השתפכות הנפש, וואס האט בארירט די הערצער פונעם גאנצן ציבור... בעטן מיר דיר, זיידי — אזוי ווי דו ביסט געווען שליח ציבור און געדאווענט פאר אונז אויף דער וועלט, זאלסטו ווייטער איינרייסן ביים כסא הכבוד, און זיין א מליץ יושר פאר דיין משפחה, דיין קהילה, און פאר גאנץ כלל ישראל. 🤍 יונתן און נחום

Watch in the app All of Efrayim Goldstein's statuses

More from Efrayim Goldstein