JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 11, 2026

Expert status — video status

אין יאפאן האט מען לעצטנס געמאכט א גאנצע קאמפעטישאן פונעם ענין פון שלאפן. אין טאקיא האבן זיך פילע מענטשן צוזאמגענומען זיך צו פארמעסטן ווער עס קען שנעלער איינשלאפן און ווער עס שלאפט דאס טיפסטע. די באטייליגטע זענען געווען צוגעבינדן צו מאשינען וואס מעסטן די מח צו קענען נאכקוקן זייער שלאף, מ'האט זיי געגעבן ווייעכע שפילצייג זיך צו באקוועם מאכן, און זיי זענען געווען מאטיווירט דורך א שיינע געלט-מתנה – גענוג גרויס צו קענען קויפן א פיל בעסערע בעט. דער דאזיגער אייגנארטיגער אווענט, וואס מ'האט גערופן די "מעט רעיס", איז ארגאניזירט געווארן דורך די מאטראצן פירמע "קואלא סליפ יאפאן" אלס אן אינטערעסאנטע עדווערטייזמענט. אבער אונטער דעם אלעם ליגט אן ערנסטע מציאות. יאפאן פארמאגט שוין יעצט איינע פון די נידריגסטע דורכשניטליכע שלאף-שעה'ן צווישן די OECD לענדער (א גרופע וואס באשטייט פון 38 מערסטנס רייכע מדינות). מעגליך אז וואס יאפאן דארף טאקע האבן איז נישט קיין שלאף פארמעסטן, נאר ענדערש מער געלעגנהייטן פאר די בירגער צו קענען טאקע שלאפן גענוג. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status