Expert status · Oct 8, 2026
Expert status — video status
די אמעריקאנער מלחמה-שיף "יו-עס-עס עיברעהעם לינקולן" איז צוריקגעקומען קיין סען דיעגא נאך א מיסיע פון איבער צען חדשים, וואו זי האט געדינט אלס שטיצע פאר די מיליטערישע אפעראציעס אקעגן איראן, די דאזיגע רייזע האט אריינגענומען א זעלטענעם שטרעקע פון 265 טעג נאכאנאנד וואס די שיף איז געווען אויפ'ן אפענעם ים אן זיך אפשטעלן אפילו איין מאל ביי א פארט. דורכאויס די גאר לאנגע צייט אויפ'ן וואסער האט די מאנשאפט פון די שיף געמוזט אויסהאלטן לאנגע און שווערע תקופות, אינאיינעם מיט באריכטן וואס זענען ארויסגעקומען איבער די שווערע און נאכגעלאזטע אומשטענדן וואס האבן געהערשט אינעווייניג אויף די שיף. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





