Expert status · Oct 25, 2026
Expert status — video status
ביי די לוויה פון דעם 20-יעריגן יובל שי סווילעם הי"ד, וועלכער איז אומגעקומען ביי די שיסעריי אטאקע אין חברון, האט זיין פאטער ארויסגעשטעלט א שארפן אולטימאטום פאר די רעגירונג: ער פארלאנגט מען זאל פארטרייבן די משפחות פון די טעראריסטן נאך בעפאר די שבעה ענדיגט זיך."אויב די מדינה טוט נישט איר ארבעט, וועלן מיר נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט," האט ער דערקלערט מיט ווייטאג. "זיי האבן צוגענומען אונזער זון, און זיי וועלן נישט פייערן אויף אונזער חשבון."דער פאטער האט געטענה'ט אז דאס אויסווייזן די משפחות וועט שאפן אן אמת'ע הרתעה, וואס וועט צווינגען די פאמיליעס אפצושטעלן די וואס פלאנען אטאקעס נאך בעפאר זיי פירן עס אויס."איך האב איבערגעגעבן מיין דיאמאנט פאר די מדינה," האט ער אויסגעשריגן. "יעצט וויל איך אז די מדינה זאל ענדליך האנדלען." Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





